מיטגלידערשאַפֿט — װערט אַ מיטגליד/אַבאָנירט זיך

Mitglidershaft — Vert a mitglid/Abonirt zikh
Membership — Join/Subscribe


Click here for English

מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע באַקומען אונדזער געזעלשאַפֿטלעך־ליטעראַרישן זשורנאַל אױפֿן שװעל. מיר גיבן אַרױס צוויי טאָפּל־נומערן אַ יאָר אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד"ר שבֿע צוקער. אױפֿן שװעל, עטאַבלירט אין 1941, גיט זיך אָפּ מיט דעם ייִדישן לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק אין אַ פּרעכטיקן מאָדערנעם דיזײַן, מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ הױכער קװאַליטעט, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי אַרױסצוהעלפֿן דעם נײַערן לײענער.



דערצו װעט איר באַקומען מעלדונגען װעגן אונדזערע פּראָגראַמען און פּובליקאַציעס, װי אױך הנחות אױף געװיסע פֿון אונדזערע ייִדיש־מאַטעריאַלן.



מיטן װערן אַ מיטגליד אין דער ייִדיש־ליגע שטיצט איר אונדזער אַרבעט אױפֿצוהאַלטן ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך. ‬



כּדי צו װערן אַ מיטגליד אָדער צו באַנײַען אײַער מיטגלידערשאַפֿט, קענט איר:



1) באַצאָלן עלעקטראָניש


גיט אַ קװעטש אױף דער פּאַסיקער מיטגלידער־אַבאָנענטן־קאַטעגאָריע דאָ אונטן צו באַצאָלן אױף אַ געזיכערטן אופֿן מיט אײַער קרעדיט־קאַרטל.



2) באַצאָלן דורך paypal.com

ניצט דעם בליצאַדרעס: store@leagueforyiddish.org



3) באַצאָלן דורך דער סתּם־פּאָסט װי אין די אַלטע גוטע צײַטן

איר קענט אױך אַראָפּלאָדן אונדזער מיטגלידער־/אַבאָנענטן־בלאַנק, אים אױסשטעלן און צושיקן דער ייִדיש־ליגע צוזאַמען מיט אײַער אָפּצאָל אָדער קרעדיט־קאַרטל־אינפֿאָרמאַציע דורך דער פּאָסט אָדער פֿאַקס.

League for Yiddish, Inc.
64 Fulton St., Suite 1101
New York, NY 10038, USA
Fax: 1-212-889-0380

װעלכע ברירה איר זאָלט זיך נישט אױסקלײַבן װעט מען אױף אײַער אָנגעגעבענעם אַדרעס שיקן סײַ דעם זשורנאַל אױפֿן שװעל, סײַ אַנדערע אָרגאַניזאַציאָנעלע בריװ.



שיקט אונדז אײַער בליצאַדרעס, װעט איר אױך פֿון צײַט צו צײַט הערן פֿון אונדז דורך דער בליצפּאָסט.


לײגט נישט אָפּ אױף מאָרגן — װערט איצט אַ מיטגליד!


Members of the League for Yiddish receive a subscription to our Yiddish magazine, Afn Shvel. We annually publish two double issues under the editorship of Dr. Sheva Zucker. Established in 1941, the magazine features articles of Yiddish cultural, literary, linguistic, and communal interest, as well as a beautiful, modern layout, high-resolution photos, and extensive glossaries to help newer readers.

You will also receive notification of our cultural events and publications, as well as discounts on some of our Yiddish-related materials.

Your membership in the League for Yiddish supports our efforts in maintaining Yiddish as a living language and furthering Jewish creative expression.

To become a member, or renew your membership, you may:
1) PAY ONLINE
Click on your preferred Membership/Subscription type below, then pay securely by credit card.

2) PAY VIA PAYPAL.COM
Use the following email address: store@leagueforyiddish.org

3) PAY THE GOOD OLD-FASHIONED WAY
Alternatively, you may download our Membership/Subscription Form, fill it out, and send it - by mail or fax - to the League for Yiddish, with your payment or credit card details.

League for Yiddish, Inc.
64 Fulton St., Suite 1101
New York, NY 10038, USA
Fax: 1-212-889-0380

No matter which method you choose, the address that you supply will be used to send you Afn Shvel and other membership mailings.

Please provide your email address so that we may also communicate with you via email.

DON'T DELAY — PLEASE JOIN US NOW!