Spring–Summer 2026 פֿרילינג–זומער
נומ' 407

ייִדיש אין עקוועלט

Yiddish Down Under

פֿרילינג–זומער 2026 Spring–Summer 2026






כּדי צו אַבאָנירן
דעם אויפֿן שוועל
ווערט פּשוט אַ מיטגליד

פֿון דער ייִדיש־ליגע.


For a subscription
to Afn Shvel
become a member
of the League for Yiddish.







דער נײַער נומער אויפֿן שוועל איז שוין דאָ! ער וועט באַקענען אונדזערע לייענערס און שטיצערס מיט דער ברייטער און רײַכער ייִדיש־וועלט אין אויסטראַליע. דער וואָגיקער נומער (איבער 100 זײַטלעך) נעמט אַרײַן סײַ קורצע סײַ לענגערע אַרטיקלען, וועגן כּלערליי ייִדיש-אָרגאַניזאַציעס וואָס זײַנען געגרינדט געוואָרן אין אויסטראַליע נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זײַנען צום טייל אַקטיוו ביזן הײַנטיקן טאָג. פֿאַראַן אויך פֿאַרכאַפּנדיקע אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדערס פֿון דרײַ דורות, וואָס דערציילן וועגן זייער איבערלעבונג מיט, און באַציִונג צו, מאַמע־לשון, ווי אויך אָריגינעלע ייִדישע לידער און דערציילונגען פֿון עקוועלט. 
      • • • >>  און… טרעט אַרויס ווי אַ שרײַבער: מיטן נײַעם נומער רופֿט דער אויפֿן שוועל אויס אַ ליטעראַרישן פֿאַרמעסט! אויב איר ווילט אויספּרוּוון אײַער טאַלאַנט — שרײַבט און שיקט צו info@leagueforyiddish.org ביזן 31סטן אָקטאָבער 2026 אַ ליד אָדער קורצע פּראָזע (ביז 2500 ווערטער). די רעדאַקציע וואַרט!  

The new issue of Afn Shvel has arrived! It will acquaint our readers and supporters with the wide-ranging and rich Yiddish environment in Australia. This significant issue (100+ pages) includes both brief and extended articles about the variety of Yiddish organizations founded in Australia even before World War II and which are, in part, still active today. This issue also features captivating interviews with Yiddish speakers across three generations, who relate their experiences and relationship with mame-loshn, as well as original Yiddish poetry and prose from Down Under.
      • • • >>  And... Calling all writers: With this issue of Afn Shvel we’re also launching a literary competition! If you would like to exercise your talent — write either a poem or a short story (maximum 2,500 words), and send to us info@leagueforyiddish.org by no later than October 31, 2026. The editorial board eagerly awaits your submission!


English Table of Contents #407תּוכן נומ' 407
 דוגמא־אַרטיקל
„אונדזער קינדער־רעפּובליק“
— לײַלוש (לילה)
כּרמלי־וואָלסקי —
 דוגמא־אַרטיקל
„מײַן 65־יאָריקע נסיעה
מיט ייִדיש אין מעלבורן“
— אַלעקס דאַפֿנער —